Русские видео

Сейчас в тренде

Иностранные видео


Скачать с ютуб מעמד לחיים לרגל התמנות של אדמורי''ם מ'סקולען в хорошем качестве

מעמד לחיים לרגל התמנות של אדמורי''ם מ'סקולען 3 часа назад


Если кнопки скачивания не загрузились НАЖМИТЕ ЗДЕСЬ или обновите страницу
Если возникают проблемы со скачиванием, пожалуйста напишите в поддержку по адресу внизу страницы.
Спасибо за использование сервиса savevideohd.ru



מעמד לחיים לרגל התמנות של אדמורי''ם מ'סקולען

''מעמד התמנות בחצר הקודש סקולען'' יום א' נצבים וילך תשפ''ד, ווען עס זענען אויפגענומען געווארן די נייע ממשיכי השלשלת, די צוויי זיהן פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל שטייענדיג צוויי וואכן נאך די הסתלקות באשכבתיה דרבי. ביים מעמד התמנות, זענען געווען פארזאמלט הונדערטער אידן פון נאנט און ווייט, אויפן בימת הכבוד האבן זיך אנגעזעהן אלע פינף רבי'ס לבית סקולען, די צוויי ברידער די נייע אדמורי"ם, און די פעטערס כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א פון וויליאמסבורג, מאנסי, און לעיקוואד. די מעמד האט זיך אנעהויבן גלייך נאך וואס די צוויי פרישע רבי'ס זענען ערשינען צים מעמד, באגלייט מיט ניגוני סקולען, 0:09 הגה"צ גאב"ד וויטקא, חדב"ן הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע, האט אויפגעטרעטן מיט די צענטראלע דרשה, 3:09 און דערביי מכתיר געווען די צוויי קינדער פונעם סקולענער רבי'ן זצ"ל לשרת בקודש ממשיך צו זיין די אדמורו"ת לבית סקולען. כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי אהרן מאיר שליט"א וועט פירן ווייטער דא אין בארא פארק בבית מדרשו של אביו, באותו מקום וואו זיין גרויסער טאטע און זיידע האבן געפראוועט די עבודת הקודש לאנגע יארן, און כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי אליעזר זוסיא שליט"א ווערט אויפגענומען אלס אדמו"ר מסקולען אין לינדען, וואו ער וועט זיך בקרוב אריבערציען און מייסד זיין דעם שיינעם הויף. דער וויטקא רב האט מאריך געווען בשבחם פון די צוויי חשובע ברידער כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א, זאגענדיג אז ביידע זענען ראוי לאותו איצטלא און וועלן פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער, און משפיע זיין ברוחניות ובגשמיות לנו ולכל ישראל. אויף דערווייל ביז כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א וועט זיך אריבערציען למקום מושבו אין לינדען, וועלן ביידע ברידער פראווענען אינאיינעם דא אין בית המדרש בשבת אחים גם יחד. דערנאך האט גערעדט הרה"ג ר' מרדכי דוב בעק שליט"א אב"ד טאלמיטש איידעם ביים רבי'ן זצ"ל, 11:35 דערנאך האבן ביידע ברידער די נייע רבי'ס געוואונטשן לחיים און משמיע געווען קורצע דברות, קודש, 16:34 --- 20:17 דערנאך האט אויפגעטרויטן הרה"ג ר' שמואל רובין שליט"א ראה"כ באבוב אין לינדען, וועלכער האט איבערגעגעבן ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א און אלע איינוואוינער אין לינדען, לכבודו פונעם נייעם סקולענער רבי'ן שליט"א וועלכער קומט זיך באזעצן אין שטאט לינדען. 21:58 ====================== Text Credit JDN

Comments